לייביש נייהויז (@Published_I) header
לייביש נייהויז (@Published_I) profile picture

זשורנאליסט. דעקט אויף אלעס מאחורי הקלעים פון פאליטישע אנאליזן ביז חסידישע הויפן

United States
Joined September 2026
Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)Photo by לייביש נייהויז (@Published_I)
סובסקרייבט און בלייבט אינפארמירט. מוזמנים לעקוב!! 👇 @Published_I
6
3,524
נארוואס: חסידישער איזראעלי זשורנאליסט יוסי שטארק, טיילט מיט זיין דילעמע איבערן 'דילעי' פלייט עקספיריענס אנצוקומען צו זיין שוועסטער חתונה וועלכע קומט פאר מארגן אין בעלגיע, אנטווערפען.
1
2
158
נזר על ראשו: האד' הרה"צ רבי נפתלי מנחם ווייס מספינקא בית שמש ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון פאר הדור כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעטער שליט"א, נאכן נהנה זיין פונעם קענטיגן פארהער ביי די חשוב'ע אברכי הכולל (צילום: א. אייזנבאך)
55
די רעדע איז איבער מיטגלידער פון די 'בלו דאג קאאליציע' מערקט לייביש'ל היינט נאכמיטאג זיך שטעלן פאר א בחורישע בילד אינדרויסן פונעם קעפיטאל, זוכנדיג דערמיט צו כאפן אביסל אויפמערקזאמקייט.
62
דער 84'יעריגע מוזיקאלישער סיר פאול מעקארטני איז אפיציעל דערקלערט געווארן אלס א ביליאנער. לויט ווי 'פארבס' באריכטעט, ווערט זיין פארמעגן געשאצט אויף 1.4 ביליאן דאלאר, וואס דאס שטעלט אים אלס דער דריט-רייכסטער מוזיקאנט, גלייך נאך דזשעי-זי און טעילאר סוויפט.
62
זאגסט אדער פרעגסט? הייסט אדער בעטסט?
Patriots still in control 🇺🇸
1
96
לצים ביי זייער עבודת הקודש, וויאזוי עס וועט אויסזעהן אן אייזנקאט ממשלה אין מדינת ישראל
2
245
פורים מוקדם היינט ביים קעפיטאל? | וואס קומט דא פאר ווייסט איינער? 🙃
96
אויסשליסליך: לייביש'ל ווייסט צו דערציילן מאחורי הקלעים, אז א בארימטער היימישער פאפולערן עסקן (וועלכע האט געבעטן צו בלייבן אנאנימיסט) האט נעכטן באוויזן דורכצוברעכן גאר שטארקע פארשריט אינערהאלב די אמעריקאנער אימיגרעישאן דעפארטמענט, לטובת אן הימלישער עלטערע חשובע איד וועלכע האט זיך דרינגענד גענויגט צו קומען קיין אמעריקע לצרכי רפואה.
3
207
לויט ווי די "ניו יארק טיימס" באריכטעט, האט דער טרעזשורי סעקרעטאר סקאט בעסענט זיך אריבערגעצויגן צו א מיליטערישע באזע, נאכדעם וואס עס זענען געקומען איראנער סטראשונגען אויף זיין לעבן.
NY Times: "Treasury Secretary Scott Bessent recently moved out of his home and onto a military base after Iranian threats against his life, according to three people with knowledge of the matter. U.S. officials concluded in recent weeks that Iranian plotting against current and former American officials had reached a more advanced stage, based in part on intelligence about threats to Mr. Bessent... The severity of the threats to him is unclear. Iran’s ability to carry out large-scale attacks in the United States and other territories overseas is limited, U.S. officials have noted. But there have been specific, targeted threats made by Iran against individuals that U.S. officials have deemed serious... Mr. Bessent is the latest senior Trump administration official to leave a Washington-area home for a military base or other protected housing. At least half a dozen did so last year, including Stephen Miller, now the White House chief of staff, and Pam Bondi, then the attorney general. The administration has not disclosed the scope of the threats against top officials, not all of which involve Iran. In Ms. Bondi’s case, it was said to relate in part to an uptick in threats she received after the United States military snatched the former Venezuelan President Nicolás Maduro from a hide-out in Caracas..." nytimes.com/2026/11/10/us/po…
1
138
איז אליקים שטארק א "ביביסט"? | דורכאויס אן אינטערוויו וואס דער בארימטער 'עמי' זשורנאליסט שלומי זייאנץ האט אפגעהאלטן אויף זיין פאפולערן 'טיפ טיפ' פאדקעסט, האט דער נייער בעלזער פארלאמענט מיטגליד אליקים שטארק דערציילט אז ער רעדט כסדר מיט'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, זאגנדיג אז מ'דארף זיך פון אים להבדיל אפלערנען אין עבודת השם.
2
6
1,111
"זאל איך דיך רופן אליקים אדער אליוקים?" | בארימטער איזראעלי זשורנאליסט יואלי ברים פון 'חדשות 14' פרעגט פונעם נייעם בעלזא פארלאמענט מיטגליד, אליקים שטארק, איבערן ריכטיגן ארויסרעד פון זיין נאמען, נאכדעם וואס די איזרעליס קענען נישט דערלאגן אז א חרדישער אינגערמאן זיצט מיטן הוט אין רעקל אינעם כנסת, וועלכע איז אן ערשטמאליגע שריט
348
זכרתי ימים מקדם: נארוואס סצענע ווי צענדליגער סקווערער חסידים קוקן צו ווי היסטאריע פאסירט, דאס מיטצולעבן פאר די קומענדיגע דורות, בעת נאסטאלגישע ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, ווערט איינגעווארפן אין בעפארברייטונג צו א גרעסערע בוי פראיעקט.
154
ברעקינג: די 'ניו יארק טיימס' האט באקומען און פובליצירט א קאפי פונעם בריוו וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט איבערגעלאזט פאר דער געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען אויפן טיש אינעם אוועל אפיס אין יאר 2021 איידערן פאר לאזן די אמט נאכן ערשטן טערמין. געוויסע קוועלער באצייכענען די פאסירונג, נאכדעם וואס ביידען האט ארויסגעגעבן זיין נייעם בוך, וואו ער דעקט אויף פילע אינטערעסאנטע געשיכטעס וויאזוי די גאנצע פראצעדור איז צוגעגאנגען ארובערצוגיין אונטער זיין פירערשאפט.
164
אביעקטן זענען געווארפן געווארן אויפן געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען און זיין פרוי ווען זיי האבן היינט פארלאזט דעם 'טריניטי קאלעדזש' אין דובלין, אירלאנד, דורכאויס א פראטעסט פון פרא-פאליסטינער דעמאנסטראנטן וואס האבן זיך פארזאמלט אינדרויסן, וואו די לאקאלע פאליציי האט ארעסטירט אמווייניגסטנס צוויי פארשוינען.
229
די קארד האט פיין געארבעט, מאדנע,🤨אבער שוין.
152
שאקירענד: די עלטערן פון משפחת קליינערמאן געבן די וואך אן אינטערוויו פאר'ן 'עמי' מאגאזין, וואו זיי דערציילן א ציפעדיגע און הארצרייסענדע געשיכטע, אז די ארטיגע מדינת ישראל מיליטערישע פאליציי אפטיילונג זענען אנגעקומען צו זיי אינדערהיים זוכן זייער פארלוירענעם זון מוישי קליינערמאן, מיט'ן טענה אז ער איז אן "עריק" וואס האט זיך נישט געשטעלט אין מיליטער, האבן די עלטערן געענטפערט מיט טיפן ווייטאג אז "מיר זוכן אים אויך!"
1
1
5
927
פרעזידענט טראמפ'ס מאדנע פרעסע קאנפערענץ האט זיך געענדיגט מיט דעם וואס דענא ווייט (@danawhite) האט אנטזאגט פון דינען אויף די פרעסע סעקרעטאר פאזיציע...
197
ברעקינג: די לאנדאנער פאליציי דעפארטמענט האט נארוואס באריכטעט אז א 41-יעריגער סאלדאט אין די אמעריקאנער ארמיי איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד דעם היינטיגן דינסטאג, אויף א חשד פון שפיאנאזש פארבינדן מיט רוסלאנד.
1
2
348
מוסלעמענער מאכמעדאנער סענאטאר אבדול על-סאיעד, מערקט לייביש'ל זיך פאטאגראפירן פארענט פון זיין נייעם אפיס.
140